יעדעס יאָר גיט מען אויס ביליאָנען דאָלאַרן אין פֿעדעראַלע געלטער פֿאַר שפּיטאָלן, פֿײַערלעשער אָפּטײלונגען, שולן, װעגן און אַנדערע רעסורסן באַזירט אויף צענזוס דאַטאַ.
די צענזוס רעזולטאַטן באַשטימען די צאָל זיצערטער װאָס יעדער שטאַט האָט אין קאָנגרעס, און מע ניצט זײ כּדי צו צייכענען גרענעצן פֿאַר שטים־דיסטריקטן.
די קאָנסטיטוציע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן אױך פֿאָדערט דעם צענזוס: אַרטיקל 1, טייל 2 פֿאָדערט אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן זאָלן פֿירן אַ ציילונג פֿון די באַפֿעלקערונג אײן מאָל יעדע צען יאָר. די ערשטע ציילונג איז פֿאָרגעקומען אין 1790.
דאָס געזעץ פֿאָדערט אַז דער צענזוס ביוראָ זאָל באַשיצן אײַערע ענטפֿערס און האַלטן זיי אַבסאָלוט קאָנפֿידענציעל. פֿאַקטיש, שווערט יעדער אָנגעשטעלטער צו באַשיצן אײַער פּערזענלעכע אינפֿאָרמאַציע במשך דעם גאַנצן לעבן.
לפֿי טיטל 13 פֿונעם קאָדעקס פֿון די פֿאַראײניקטע שטאַטן, טאָר דער צענזוס ביוראָ נישט אַרױסגעבן קיין שום אינפֿאָרמאַציע װאָס קען אידענטיפֿיצירן אײַך, אײַער היים אָדער אײַער געשעפֿט, אַפֿילו פֿאַר געזעץ דורכפֿיר־אַגענטורן. דאָס געזעץ פאַרזיכערט אַז אײַער פּריוואַטע דאַטאַ זאָל באַשיצט װערן און אַז מע קען נישט ניצן אײַערע ענטפֿערס קעגן אײַך פֿון קײן רעגירונג אַגענטור אָדער געריכט.
דאָס איז אַ נאָרמאַלער חלק פֿונעם 2020 צענזוס. איר קענט אפֿשר זען צענזוס אַרבעטערס אין אײַער װאױנגעגנט צוליב עטלעכע פֿאַרשידענע סיבות:
אין מײַ 2020 וועלן צענזוס אַרבעטערס אָנהײבן באַזוכן היימען וואָס האָבן נישט געענטפֿערט אױפֿן 2020 צענזוס, כּדי זיכער צו מאַכן אַז מע ציילט יעדן אײנעם.
איר קענט אונדז העלפֿן דורך זיך מיטטײלן די צענזוס ביוראָ נײַעס און אינפֿאָרמאַציע מיט אײַערע פֿרײַנד, משפּחה, און נאָכפֿאָלגערס אױף פֿייסבוק(Facebook) , טוויטער(Twitter) און אינסטאַגראַם(Instagram) .
הונדערטער קאָרפּאָראַציעס, נישט־פּראָפֿיטיקע אָרגאַניזאַציעס, פּאָליטיק־באַשטימערס און יחידים פֿאַרשפּרייטן די ידיעה װעגן דעם 2020 צענזוס און פֿאַר װאָס עס איז וויכטיק זיך צו באַטייליקן.
דער צענזוס ביוראָ שטעלט צו לערן־רעסורסן װעגן דעם 2020 צענזוס כּדי צו העלפֿן באַטייליקן קהילות.